Thursday, February 14, 2013
Bobov Din Torah Details
א. ווי שוין געשריבען אויבען איז היינט נישט געווען א זיצינג.
ב. נעכטען האט דער טשאקאווער נאכאמאל געבעהטן פארצוליינען די בריעוו וואס מהרב"צ האט בשעתו געשריבען פארן בית דין וואס ער שרייבט דארט עדות וואס זיין טאטע האט איהם און מיט זיין ברודער געזאגט, אז קודם זאל מהרנ"צ זיין רבי און נאכדעם זאל מהרב"צ, און ער האט געפרעגט צד מהרמ"ד וואס זיי האבין ענפערן אויף דעם, זיי האבין געזאגט אז זיי וועלן צוריק קומען מיט א תשובה.
ג. די סכום וואס בית דין האט אפגעשאצט די מוסדות נאך די מארטגעדזשעס אין ב"פ איז 40-50 מיליון
ד. לכל היותר די סכום וואס מען רעדט פאר צד מהרמ"ד איז 12 מיליון אויף די בעסטע פאל, די סכום איז לכאורה נענטער צו 7-8.
ה. בנוגע ירושה פרטית ומוסדות, נמסר לי אז בית דין האט אנגענומען אז די מוסדות געהערט פאר די קהלה און איז נישט קיין ירושה פרטית
**
סתם הערה בעלמא, ווענדט זעך נאך מכח וואס גייט בית דין צו טיילען געלט פאר צד מהרמ"ד, אויב מכח פשרה, האט הרב יושע רובין נישט קיין טענה דערויף ווייל די געלט גייט פאר קהלת ומוסדות מהרמ"ד. אבער אויב גייט זיין דער פסק אז עס קומט זיי די סכום געלט מכח ירושה פרטית וכו', האט ר' יהושע רובין א טענה פון 50 %פראצענט אויף די געלט, עכ"פ די בעלי חובות וואס האפין אויף די סיום הדין תורה מיט די געלטער זענען לכאורה אויף גרויסע צרות
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
No comments:
Post a Comment